דער מאָרגן פֿון ייִדישקײט: די קינדער רעדן

ז. סטיװנסאָן

איך לערן אַ קורס װעגן מזרח-אײראָפּעיִשער ייִדישער קולטור בײַ פּרוזדור, אַ היברו-סקול בײַם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו-יאָרק. כּדי פֿאָרצושטעלן די תּלמידים די היסטאָרישע װיכטיקײט פֿון דער השׂכּלה, האָב איך די תּלמידים (װאָס זײַנען מערסטמס אין זיבעטן, אַכטן, און נײַנטן קלאַס) געהײסן שרײַבן זײערע טאַטע-מאַמעס כּלומרשטיקע בריװ, מיט זײערע טענות קעגן זײער ייִדישן שטײגער לעבן, און מיט זײערע פֿירלײגן פֿאַר אַ מער פּאַסיקן דרך ייִדישקײט. איך ברענג דאָ אַן אױסקלײַב פֿון זײערע װערטער -- מע האָט פֿאַרשטײט זיך געביטן די נעמען פֿון די תּלמידים.

לאַוראַ ק.

טײַערע טאַטע-מאַמע, איך מײן אַז איך זאָל ניט דאַרפֿן דאַװנען אױף לשון-קדוש. די אַלע ייִדישע כּתבֿ-ידן זײַנען אױף לשון-קדוש, נאָר דאָס מײנט ניט אַז יעדער ייִד דאַרף טאַקע לערנען און דאַװנען אױף דער שפּראַך. איך מײן אָנשטאָט דעם אַז מיר זאָלן דאַװנען אױף ענגליש, אונדזער מוטערשפּראַך. דערפֿאַר װאָלט מען מער פֿאַרשטאַנען און די תּפֿילות װאָלט געהאַט מער באַטײַט.

שׂרה ג.

ענדערונגען װאָס איך װאָלט געװאָלט

-- באַהאַנדלען פֿרױען װי מענטשן אין אַ װײַבערשן גוף.

-- װײניקער חומש און מער גײַסטלעכקײט. מענטשן לײגן מער אַכט אױפֿן סדר-התּפֿילה און אױפֿן נוסח װי אױף זײער אײגענער באַציונג מיט גאָט.

-- װײניקער שטילע תּפֿילות.

-- ניט מורא האָבן פֿאַר דבֿקות אין שול. טאַנצן, א"א.

-- װײניקער האָרכעװדיקײט דעם רבֿ און חזן. יעדער װאָס פֿילט אַ שטױס זאָל אָנפֿירן מיט די תּפֿילות.

-- דאַװנען אױף דער נאַטור, ניט אין קײן בנין.

-- שמועסן, ניט דרשות.

-- פּטור װערן פֿון "אױסגעקליבן פֿאָלק / אַתּה בחרתּנו"-נאַרישקײט.

דזשעניפֿער ר.

איך מײן אַז העברעיִש זאָל װידער װערן אַ הײליקע שפּראַך נאָר צום ניצן בײַם לערנען און דאַרװנען אין שול װי ס'פֿלעג זײַן. ייִדיש דאַרף זײַן די רײדשפּראַך פֿון די ייִדן, װײַל ס'איז אַן אומכּבֿוד ג-ט מיר זאָלן ניצן העברעיִש װי אַ נאָרמאַלע שפּראַך.

ביל מ.

איך װיל ניט אױפֿשטײן אַזױ פֿרי צום דאַװנען. איך װיל אױך ניט דאַװנען דרײַ מאָל אַ טאָג און יעדן שבת.

מישעל װ.

ס'איז שױן יאָרן װי איך בין ניט מסכּים מיט דעם, װי אַזױ מיר פֿירן אונדזער ייִדישקײט. איך בין ניט מסכּים מיטן טראָגן יאַרמלקעס אָדער גײן אין אַן אָרטאָדאָקסישער שול יעדן שבת.

איר טראָגט אַ יאַרמלקע כּדי אַרױסצוּװײַזן אײַער יראַת-שמים, אָבער איז דאָס טאַקע נײטיק? ס'איז טאַקע אַזױ װיכטיק בײַ גאָט דאָס װאָס מע טראָגט, װי דאָס װאָס ליגט בײַ זיך אין האַרצן? איך האַלט אױך ניט אין גאַנצן פֿון גײן אין שול. דאָס דאַװנען לאַנגע שעהען אױף אַ פֿרעמדער שפּראַך װאַרפֿט אָן אױף מיר אַ שרעק לגבי גײן אין שול. ... אױב מע דאַװנט ניט אױף אַן אױסגעשפּאַנטן אופֿן און מע גיט זיך ניט אָפּ מיטן גאַנצן האַרצן, הײסט דאָס טאַקע גוט געדאַװנט? איך װיל בלײַבן אַ ייִד, און כ'װעל תּמיד זײַן אַ ייִד, נאָר אױף אַן אַנדער אופֿן.

אײַער טאָכטער