ער און זי
פֿישל ליבערמאַן

זײַט דעמאָלט, אַלע יאָרן װען דער האַרבסט קומט, בלאָזט ער אין מיר אַרײַן טױט און אימה. ער טרײַבט מיך אַרױס פֿון דער שטוב. כ'גײ אָן אַ ציל, אין מחשבֿות פֿאַרזונקען. צװישן נאַקעטע בײמער --- אױסגעדאַרטע גופֿים. אױף אױסגעקרימטע צװײַגן הענגען נאָך אײן און אײנציקע, פֿאַרװעלקטע בלעטער. אױך זײער סוף קומט אין גיכן. זײ פֿאַלן אַרונטער טױט צו דער ערד, װי דענסטמאָל.

די טױטע בלעטער רעשן אונטער מײַנע פֿיס; זײ צעשרײַען זיך, רופֿן נאָך הילף. דער װינט טרײַבט די בלעטער אַלץ װײַטער און װײַטער אַװעק מיט געהילך און געלעכטער --- װי די צעפֿלײשטע לײַבער אינעם מאַסנגרוב. איך לױף גאַנץ שנעל אַװעק. די דערשטיקנדיקע קולות עקבערן אין מײַן מוח. אַ שטױביקער װינט טרײַבט מיך --- לױף איך מיט מיט די בלעטער. אױף אַ באַנק בלײַב איך ליגן.

פֿון דער װײַטנס הערט מען תּפֿילה-לידער. "אָמן", ענטפֿערן הונדערטער קולות. דאָס מעלאַנכאָלישע בעטן --- װי אַ יזכּור-תּפֿילה --- דערנענטערט זיך צו מיר. כ'דערזײ אַ קלײן שװאַרצע טאָװל װאָס הענגט בײַ דער אָפֿענער טיר: "גריכיש-קאַטױלישע קירכע, צום הײליקן גרעגאָריִאַנוס".

די באַנק שטײט בײַ אַ דיקן בױם. דער װינט בײגט אַרונטער די אָפּגעדאַרטע צװײַגלעך. זײ ברעכן אָפּ; מיט געליאַרעם פֿאַלן זײ אַרונטער...כ'דערשרעק, ס'זײַנען אָפּגעשטאָרבענע מענטשן-אבֿרים.

דער קלױסטער איז פֿול געפּאַקט מיט מענטשן. אױך אַ סך קינדער. כ'דערהער די תּפֿילות. גלאָקן קלינגען װאָס אַ מאָל שטאַרקער. כּסדר אַלץ מער גלאָקן. אױך רױמיש-קאַטױלישער גלאָקנקלאַנג. פֿונעם קלױסטער הילכט אַרױס דאָס בעטן צו גאָט אױף שלום ושלװה אױף דער װעלט. "אָמן", ענטפֿערן הונדערטער קולות.

דעמאָלט איז אױכעט געװען זונטיק. אַלע האָבן זײ צום זעלבן גאָט געבעטן. און װער האָט געפּײַניקט? װער האָט געטײטעט? װער האָט מײַן קינד און מוטער --- צװישן די טױזנטער אַנדערע --- דערשטיקט?

אַ שטאַרקער װינט בושעװעט. ער טרײַבט צוזאַמען די בלעטער אין גרױסע קופּעס מיט אַ פֿײַפֿערײַ און געשפּעט. שטיקער צװײַגן קײַקלען זיך דאָרטן. איך אױך. דענסטמאָל --- אין דעם גרױען זונטיק --- נישט קײן בלעטער נאָר מענטשן װערן געיאָגט, געטריבן פֿון די הײַזער, אַרונטערגעװאָרפֿן פֿון די פֿענצטער. זײ בלײַבן ליגן, פֿאַרדאַרט, צװישן די פֿאַרװעלקטע בלעטער... די װענט --- בלוטיק... ס'איז כמורנע, קאַלט. איך ציטער.

די מענטשן גײען אַרױס פֿון געבעטהױז מיט ערנסט, פֿרומע פּנימער. "ליב יעדן מענטשן!" שאַלט עס אַרױס פֿונעם געבעטהױז. ס'זײַנען די זעלבע מענטשן און דער זעלבער גאָט פֿון דעמאָלט. איך װער געטריבן, געשטױסן, צוזאַמען מיט די בלעטער. די טױטע בלעטער האָבן קײן רו ביז די אופֿרױמונגס-קאָמאַנדע קומט און שמײַסט זײ אַרױף אױף װעגענער --- צום פֿאַרברענען? װוּהין? און איך?

דער הונט קומט צו לױפֿן. ער האַװקעט שטאַרק. איך דערשרעק. "איבס, רויִק!" רופֿט ער --- אַ הױכער, מאָגערער מאַן מיט גרױע האָר, דער זעלבער פֿון אַמאָל. דער זעלבער װאָלפֿהונט איבס האָט געריסן שטיקער פֿלײש פֿון מײַן לײַב. אָדער איז ער אַ זון, אַן אײניקל פֿון דעם גרױסן איבס? כ'װיל שרײַען געװאַלד! כ'קען נישט... דאָס הינטישע פּנים, די צײן, דער מאַן דערמאָנט מיך.

"גריס גאָט!" זאָגט דער מאַן, צוקומענדיק נאָענט צו מיר. "זעען זי, ער איז גוטמוטיק, ער באַלעקט זי."

"יאָ, אָבער דער נאָמען דערשרעקט מיך שטאַרק. זײַן קאָפּ --- דער זעלבער."

"האָבן זי נאָך גאָרנישט פֿאַרגעסן? זעען זי װי ליב ער איז, דער גוטער איבס."

"האָבן זי דען פֿאַרגעסן?" פֿרעג איך. "זי װילן עס, אָבער זי קענען עס נישט?" כ'װיל דעם הונט אַװעקשטופּן, כ'קען די הענט נישט רירן. ער נעמט דעם הונט אַװעק פֿון מיר און ער זאָגט:

"ס'איז אמת, איך װיל פֿאַרגעסן, אָבער 'זי' דערמאָנט מיך שטענדיק. ס'איז שױן אַריבער דרײַסיק יאָר, האָב איך פֿאָרט קײן רו. צום ערגסטן, איז עס אין האַרבסט --- 'זי' װערט אומרויִק."

"אַך, יאָ, דער האַרבסט איז גרױליק, מוראדיק. אָבער, װער איז זי?"

"נו יאָ: 'זי' איז עס. קומט צו מיר הײַנט אױף דער נאַכט: 'זי' װעט זיך דערפֿרײען אײַך װידער צו זען."

"פֿאַר װאָס זאָל איך קומען גלאַט אַזױ? איך קען 'זי' נישט."

"דאָך קומט צו איר! איך קײן אײַך אױכעט נאָך פֿון דעמאָלט."

"מיך? איר האָט אַ טעות. איר פֿאַרבײַט מיך מיט אַן אַנדערן. דעמאָלט האָבן מיר אַלע דאָס זעלבע פּנים געהאַט: געל, גרין, אײַנגעדאַרט --- לעבעדיקע מתים --- אױ, קוקט! דאָרט, אַהאַ!..."

"פֿאָרט, זײַט איר עס. איר האָט געזוכט, געליִאַרעמט, זיך נאָכגעפֿרעגט, װעגן אַ פֿרױ, װעגן אַ קינד, כ'געדענק נישט דעם נאָמען גענױ."

"יאָ, ס'איז ריכטיק. עס איז געװען אַ טאָג כּמעט װי הײַנט: זון, װאָלקן, װינטיק. יאָ, יאָ, זײער טרױעריק."

"נײן! ס'איז געװען בײַ נאַכט --- פֿינצטער, קאַלט..."

"נאַכט? און איר, זענט איר דאָרטן געװען? װי אַזױ דען?"

"אין דרױסן בין איך געשטאַנען. בײַם פֿאַרריגלטן טױער. איך האָב געהיטן אַז פֿרעמדע זאָלן נישט אַרײַנלױפֿן --- זײ זײַנען געבליבן ---"

"װאָס רעדט איר? 'פֿרעמדע'?...װיפֿל זײַנען בײַ דער װאַנט געשטאַנען?...זײַנען אַלע טױט געװען? איז 'זי' אױך דאָרט געװען? װאָס רעד איך? טױזנטער מענטשן פֿרעגן ס'זעלבע."

"איר רעדט גלײַך װי 'זי', אָבער זעלטן...שטענדיק שװײַגט זי. איר קומט דאָך אוף גאַנץ זיכער צו מיר. 'זי' װעט זײַן אױסער זיך פֿון פֿרײד אײַך װידער אַ מאָל צו זען."

חשדימדיק פֿרעג איך: "װער זענט איר?"

ער איז נישטאָ. דער הונט אױך נישט.

דאָס געבעטהױז איז לײדיק, שטאָק שטיל. די טירן שטײען אָפֿן. עס ברענען לאַנגע, דינע ליכט, טײלװײַז פֿון דער היץ צעקרימט. די פֿלאַמען בײגן זיך צו גאָטס מוטער צו און װידער אַ מאָל צו דער טיר. ס'זעצט אַרױס אַ װאַרעם, עיפּושער ריח: שװײס פֿון לײַבער אױסגעמישט מיטן ריח פֿון װײַרעך און אָפּגעברענטע ליכט. נישט װײַט אַװעק --- בײַ דער פֿאַרקױף-בודקע --- שטײען די פֿרומע מענטשן. זײ זײַנען גאַנץ צוזאַמענגעפּרעסט. מע זעט נאָר קעפּ, הענט. זײ רײַסן שטיקער פֿלײש פֿון אַ בהמה --- אָדער...? כ'קען נישט דערקענען. זײ עסן זײער זשעדנע, ס'בלוט רינט אַרונטער. ס'מיגלט מיך. כ'װיל אַװעק, איך קען מיך נישט רירן פֿונעם אָרט. אין דער מענטשן-מאַסע װער איך צעקװעטשט. כ'דערשרעק --- דער דעמאָלטיקער ריח פֿונעם בלוט...כ'לױף װײַט אַװעק.

אינעם שטאָטפּאַרק זעצט איך מיך אַנידער אױף אַ שטײן לעבן דער אָזערע. פֿאַרכױלעמט, קוק איך אין װאַסער אַרײַן. אַ מעכטיקער װינט טרײַבט דאָס װאַסער. כּלערלײ כװאַליעס קומען אָן: קלײנע, גרױסע, קײַלעכדיקע, ספּרוזשענע. זײ באַװעגן זיך ריטמיש: פֿלאַך, לענגלעך, אין דער טיף. אױך ברײטע כװאַליעס ציִען פֿאַרבײַ און װערן פֿאַרשװוּנדן װײַט אַװעק. די אױסגעקרימטע בײמער אַרום דער אָזערע שפּיגלען זיך אינעם װאַסער. זײ טאַנצן, װאַקלען, און נאָך מער, צעקרימען זײ זיך: צו לאַנגע ספּרוזשענע, גאַנץ ברײטע רעדער. זײ לאַכן, װײנען, און פֿאַרשװינדן אינעם אָפּגרונט. אַ מחנה װילדע קאַטשקעס שװימען פֿאַרבײַ. זײ שטעקן די שנאָבלען טיף אינעם װאַסער אַרײַן. אינעם װאַסער צעקרימט זיך אױך מײַן פּנים. אָװאַ! כ'בין אַ צעהאַקטער בױם מיט לאַנגע, דינע װאָרצלען, ערדגרודעס --- אױך די זון לױפֿט אַדורך אינעם װאַסער אױף אַ רגע און װערט נעלם אונטער די װאָלקנס. כ'זיץ, כ'קוק, ס'פֿינצטערט --- די קאַטשקעס פֿליִען אַרױס פֿונעם װאַסער, זעצטן זיך אױף די בײמער, זײ מאַכן נאַכט.

כ'בלײַב פֿאַרטראַכט. דער קאָפּ אַרונטערגעבױגן --- אינעם װאַסער די חושכדיקע נאַכט...הונגעריק, מיט צעשפּאָלטענע, בלוטיקע הענט שלעפּט זיך די מחנה --- אַרײַן, אַרײַן! דאָס טױער װערט צוגעריגלט. אַ קלאַפּערײַ אינעם טױער. דאָס קלאַפּן װערט פֿון מאָל צו מאָל שטאַרקער. אַ שטופּעניש בײַם טױער. הײזעריקע קולות שרײַען, קעפּ שטױסן אינעם טױער: "לאָז מיך...! איך װיל אַרײַן...!" איך רײַס בײַם טױער --- מײַנע הענט פֿאַלן אַרונטער. אָן די װענט הילכט אָפּ, אַ װידערקאָל מיט הימל-געשרײען: "...העלפֿט, ראַטעװעט!!!" פֿאַרמישט מיט אַ געקנאַלערײַ פֿון קױלן...ס'טױער װאַקלט. איך הײב מיך אױף, כ'װאַרף מיך אינעם טױער, כ'װיל עס אופֿברעכן; ס'טױער צעקרימט זיך. איך פֿאַל אַראָפּ...ס'װערט שטיל, נאָך שטילער, נאַכטשטילקײט...די לעמפּ פֿאַרלאָשן. איך שלאָף.

עס איז נאָך נישט טאָג. די גלאָקן קלינגען. צו תּפֿילה? דער מעפֿיסטאָ שטױסט די גלאָקן. ער טרײַבט אַרױס די מתים...די שאָטנס באַװעגן זיך. זײ לױפֿן גיך, קלאַפּערן מיט די טרעפּערס אױף די קאַלטע שטײנער, איך לױף אױך.

הענדום-פּענדום זאַמלט מען זיך צו פֿינעף אין אַ רײ. ס'טױער אופֿגעריגלט. מע שלעפּט זיך אַרױס. אין דרױסן ליגן די "אומגעלײגטע" --- אומפֿעיִקע צו אַרבעט ---, קופּעס מיט מתים. בלוט גליװערט. די "אופֿרומונגס-קאָמאַנדע" איז נאָך נישט דאָ. כ'שטרעק אױס מײַנע הענט, כ'װיל אַהינגרײכן צו די מתים, זען: װער? זי?...די מתים-קופּע דערװײַטערט זיך, װײַטער און נאָך װײַטער. לױפֿן, שרײַען: זײ זאָלן װאַרטן! --- כ'קען נישט. פֿינצטער. גאָרנישט איז דאָ...

זי איז אַװעק מיטן קינד... װוּהין? צום פֿאַרברענען? בײַם טױטנמאַרש, צו דער גאַזקאַמער? אָדער בײַם טױטנטאַנץ אױפֿן בית-הקװאָרעס?! מיט מאַטערניש רײַס איך אױף מײַנע אױגן.

"...זע! אַרום אַרום דעם טױטנגרוב טאַנצן נאַקעטע מתים מיט די שדים דעם שדים-טאַנץ. נאָך אײדער די נאַכט גײט אַװעק, פֿאַלן זײ אַרײַן אינעם גרוב..." כ'ליִאַרעמע, כ'גװאַלדעװע, כ'װיל אױך צו זײ! ס'איז נאַכט, שטיל. ... נאָר ערד און אַ גרױסער מאַסן-קבֿר. דער קבֿר װאַקלט, די ערד פּלאַצט אױף. זײ װילן צוריק אַרױס, זײ האָבן קײן כּוח. האָבן זײ די ערד אַלײן איבער זיך געשיט? איך װײס עס נישט.

"זי" האָב איך נישט געזען. ס'קינד אױך נישט. איך לױף װײַטער אין אײַלעניש, איך זוך...אין דער גאַזקאַמער בין איך צו שפּעט. שױן נאָך אַלעמען. די אָרדנונג, פּינקטלעכקײט, דאָמינירן --- ס'פֿאַלן נאָר אַרױס צוזאַמענגעקלעפּטע שטיקער פֿלײש: אָפֿטמאָל קלעפּט אין מיטן דערינען אַן אױג, אַ שטיק ברוסט, זעלטן װען: גאָלדענע צײן. זײַנען דאָס געװען מענטשלעכע באַשעפֿענישן? כ'װײס נישט. אַזױנע ברואים האָב איך נאָך נישט געזען.

אַ געשרײ הילכט אָפּ: "װײַטער, װײַטער גײן!" כ'קען נישט. פֿאַר מיר אַ הױכע װאַנט. כ'זוך אַ טיר. כ'גײ און גײ, אומעטום װענט. די װענט צעקװעטשן מיך. אָט דאָרטן זע איך אַ טיר. איך װײ צו נאָענט --- נאָך אַ װאַנט. כ'גײ װײַטער, קײן אַרױסגאַנג. די װענט...כ'װער צוגעדריקט.

דער הינט בילט. "איבס, זײ רויִק!"

האָב איך אָבער אים גערופֿן?

"אַ-האַ!" זאָגט ער. "בלײַבט נישט שטײטן אין דער טיר. קומט אַרײַן!"

"צו װאָס דען?" פֿרעג איך.

"פֿאַרגעסן?" איר קומט דאָך צו 'איר'. אָבער יעצט שלאָפֿט 'זי'. עס איז שױן שפּעט אין דער נאַכט."

"נישט מײַן עסק. כ'קען 'זי' לחלוטין נישט", ענטפֿער איך צאָרנדיק.

"נײן? דאָך, דאָך. 'זי' רעדט נאָר פֿון אײַך, װען 'זי' רעדט. מײנסטנס שװײַגט 'זי'. זי מײנט איר זײַט אױך אין הימל."

כ'װיל װײַטער גײן. ער כאַפּט מיך אָן בײַם אַרבל און זאָגט: "זעצט אײַך אָט דאָ, אין דעם װינקל. ס'איז שױן אַלץ צוגעגרײט."

איך, צעטראָגן, זאָג צו אים: "דערצײלט פֿון 'איר' זינט יענער צײַט."

"אַװדאי. בלײַבט נאָר זיצן רויִק. צום אַלעם ערשטן, טרינקען מיר אַ גלעזל װײַן. דעם האָט נאָך מײַנע פֿרױ אײַנגעקױפֿט נאָך אײדער זי איז בײַ דער באָמבאַרדירונג דערהרגעט געװאָרן --- צום גליק בין איך פּונקט דעמאָלט געװען בײַ דער 'אַרבעט'. דער װײַן אינעם קעלער איז פֿאַרלױרן..."

ער רעדט גאַנץ שטיל. כ'פֿאַרשטײ נישט אַלץ װאָס ער זאָגט. כ'הער דעם װײַן אַרײַנריזלען אין די גלעזער. דער װײַל איז טונקל רױט --- בלוט? כ'װיל אַרױסלױפֿן, אַװעק. ער שטופּט מיך צוריק. כ'בלײַב זיצן צעדרײט.

הײבנדיק דעם כּוס, זאָגט ער: "פּראָסט, מײַן פֿרײַנד! טרינקען מיר צוזאַמען אַ גלעזל װײַן. װײַן מאַכט פֿאַרגעסן, אױך דאָס אַלץ װאָס מע קען נישט און מע װיל אױך נישט פֿאַרגעסן...זײַט דאָך רויִק! בלײַבט זיצן."

און ער רעדט און רעדט װײַטער:

"...יאָ, אין דער נאַכט זײַנען אַ סך פֿרױען געשטאַנען בײַ דער װאַנט...איך..."

"'זי' אױך? און דאָס קינד?" כ'װיל הילכיק שרײַען, ליִאַרעמען. כ'קען נישט. ער גיט מיר אַ גלעזל װײַן און ער ענטפֿערט:

"ך'װײס עס נישט. אָבער ס'זײַנען טײלװײַז געװען אױך מיט קידער אױף די הענט; װאָס ס'איז װײַטער געשען, װײסט איר דאָך, איר האָט דאָך געהערט...יאָ, סע שטימט, אַלע זײַנען 'אומגעלײגט' געװאָרן..."

"װאָס! 'זי' אױך? איר האָט 'זי' דערהרגעט?"

"נײן, איך האָב אירע אופֿגעריסענע אױגן געזען און דאָס טומלדיק געשרײ: 'מײַן קינד! לעבן, לעבן!'"

ער הערט אױף מיטן דאָס דערצײלן. פֿאַרגאַפֿט קוקט ער אינעם גלאָז װײַן אַרײַן און זאָגט:

"איצטער האָב איך צװײפֿל אױב זי האָט באמת געװאָלט װײַטער לעבן. איך האָב 'זי' אָפּגעראַטעװעט, 'זי' אױסבאַהאַלטן, און דערפֿאַר מײַן לעבן אין אַ סכּנה געברענגט. טרינקען מיר נאָך אַ גלעזל, צום װױל!" שרײַט ער אױס, צוזאַמענשטױסנדיק די גלעזער. מיר טרינקען און טרינקען אײן גלאָז נאָכן אַנדערן. ער שאָקלט מיטן קאָפּ:

"נײן! כ'װײס עס נישט. כ'האָב ס'קינד נישט געזען....נעמט שױן נאָך אַ גלעזל, עס טוט גוט. און זײַט נישט אַזױ פֿאַראומערט! יאָ, יאָ, ס'איז אמת, כ'האָב אַ סך מענטשן 'אומגעלײגט' װי אַלע מײַנע חבֿרים. פֿאַרװאָס איך האָב זי געראַטעװעט? װײַל אין דער דעמאָלטיקער נאַכט בין איך מיטן טױט גאַנץ פֿון דער נאָענט קאָנפֿראָנטירט געװאָרן. תּמיד האָב איך געשאָסן פֿון דער װײַטנס --- װי נאָך פֿײגל. איך האָב נישט געזען װי זײ לײדן, װי זײ שטאַרבן. אָבער אין דער נאַכט האָב איך דערזען װי גרױזאַם, מאָנסטעריש ס'איז. האָב איך געשאָסן אין דער לופֿט --- פּראָסט! טרינקען מיר נאָך אַ גלעזל װײַן און נאָך..."

אַ סך פֿלאַשן װײַן װערן כּסדר אױסגעלײדיקט. איך טרינק און טרינק. ער אױך. מײַן קאָפּ צערודערט. די שטוב דרײט זיך. כ'בײג מיך אַרונטער. כ'קוק אַרײַן אינעם אַמאָל. אינעם שטראָמיקן װאַסער שװימען פֿאַרבײַ אין מאַסן מענטשן-פּנימער --- מײַנס, זײַנס --- צעבױגענע, צעקרימטע, לאַכנדיקע, װײנערישע. דער בױם --- 'זי'. כ'שװים אַהין צו איר. כ'פֿאַל אַרױף אױף אים. ער טרײסלט מיך. איך װאַך אױף. ער קוקט מיך אָן, קוקט אין אַלע זײַטן. ראַפּטום קוקט ער אױף מיר נאָך אַ מאָל און ער שרײַט אױס: "כ'זע איצט דײַטלעך! איר זענט עס, אױף דער װאָר, פֿון װעמען 'זי' רעדט תּמיד. אַ שאָד, װאָס 'זי' קען זיך נישט מיט אײַך אַדורכשמועסן."

"פֿאַר װאָס נישט? װײסט 'זי' אַז איך בין אין דער נאָענט פֿון איר?"

"יאָ! אױף זיכער. שטענדיק זאָגט 'זי' עס מיר."

"און?" שפּרינג איך אױף. איך פֿאַל צוריק טױט שיכּור. כ'הער קױם אים רעדן:

"נײן! 'זי' װיל נישט װידער איר איצטיקעס לעבן אומבײַטן. זי איז נישט 'זי', זאָגט זי. און שױן פֿון אַ לאַנגער צײַט צוריק איז 'זי' מיטן דעמאָלטיקן לעבן --- פֿאַרשטאָרבן. נאָר אין דער פֿאַנטאַזיע עקזיסטירט נאָך יענע לעבן."

כ'װיל װאָס זאָגן. ער פֿרעגט: "נאָך אַ גלעזל?" האָב איך יאָ אָדער נײן געזאָגט? ער גיסט און גיסט. איך טרינק, ער טרינקט און ער רעדט, איך רעד. כ'פֿאַרשטײ נישט װאָס ער זאָגט, ער אױך נישט. ער װערט קלענער, טױט בלאַס. זײַן פּנים צעקרימט זיך, די ליפּן װאַקלען. ער פֿאַלט אַרײַן אינעם װאַסער. כ'װיל אים אַרױסהײבן, שטרעק איך די הענט אױס --- איך טאַפּ אַ קאַלטע װאַנט.

כ'הער געשרײען... 'זי' שטײט אין דרױסן. איך לױף געשװינד: 'זי' רופֿט מיך. מיר איז קאַלט. אומעטום װענט.

כ'קוק, כ'לױף, כ'װײס נישט װוּהין. אַה, אָה! אַ טיפֿעניש אָן אַ סוף. כ'דערזע די טיר פֿון 'איר', פֿון איר חדר, זײַן פּנים, איר פּנים! ס'איז אַ װאַסער מיט אױסגעקרימטע פּנימער: מײַנס, זײַנס, אירס. בײמער, הײַזער --- צעבראָכן, צעשװוּמען. אַ בױם דערנענטערט זיך: 'זי' איז עס. 'זי' רעדט. איך הער נישט. כ'שפּרײט אױס מײַנע הענט צו איר. 'זי' דערװײַטערט זיך. איך שרײַ. מע הערט גאָרנישט. כ'באַמי זיך מײַן מױל אופֿצורײַסן. ס'איז טאָטאַל שטיל. מײַן קאָפּ פֿאַלט אינעם װאַסער אַרײַן. ער רײַסט מײַן קאָפּ הױך.

"הײ, דו!" װעקט מיך אַ פּאָליציִאַנט. "שלאָפֿט נישט דאָ, מאַרש אַהײם!"

און ער שלעפּט מיך אַרונטער פֿון דער באַנק. נאָך אין גאַנצן צערודערט קוק איך אױף אים און גײ װײַטער.