טאָמאַס סאָקסבערגער

אַ צימער

דאָס זײַנען מײַנע דלת-אמות, באמת נאָר אַ קלײן קעמערל, אָבער ס'איז נאָר אױף דערװײַל.

דאָ האָסטו מײַנע זאַכן, אַ ביסל אָנגעװאָרפֿן, װײַל איך בין דאָ ערשט געקומען, און עס האָט זיך נאָך ניט אײַנגעשטעלט קײן סדר.

דאָ איז דאָס בחורישע בעט, װוּ עס מישן זיך אױס חלומות מיט פֿאַנטאַזיעס בײַנאַכט.

אַנטקעגן אים איז דער ממזרישער שרײַבטיש, װוּ איך מיש אױס מײַנע חלומות און פֿאַנטאַזיעס בײַטאָג.

דאָ האָסטו מײַנע פּאַפּירן, אַ ביסל ביכער אין פֿאַרשײדענע שפּראַכן: מײַן שטיקל בבֿל-ירושה. אַלטע חלומות און פֿאַנטאַזיעס צונױפֿגעמישט, כּדי פֿון זײער קאָמפּליצירטער כעמישער רעאַקציע אַרױסצובאַקומען אַ טראָפּן אמת.

אָט עפֿן איך אוף אַ בוך: שורה נאָך שורה לױפֿן די קלײנע מוראַשקע-אותיות איבער די זײַטן, האָרעװען און שלעפּן אַ קלאַנג און נאָך אַ קלאַנג, בױען אַ שטיקל באַטײַט און נאָך אַן אָנדײַט און נאָך אַ בײַטײַטש.

אױב ס'איז אמת, אַז איטלעכע זאַך האָט איר מלאך --- גײ רעכן אױס װיפֿל עס דאַרפֿן זײַן דאָ, זינט יעדע אײנע פֿון די דאָזיקע מוראַשקעס מוז דאָך אױך האָבן איר שומר!

אַזױ פֿאַרטרײַב איך זיך די צײַט אין אָט-אָ-דעם צימער. איך קוק אױף אַ צורת אַלעף. איך קוק װי דער האָן אין בני-אדם. שטײַגט דאָס מוראַשקעלע-מלאכל דורך מײַן אױג מיר אין קאָפּ, און דער קמץ-א'-אָ טראָגט זיך פֿון מוח-קעמערל אין מוח-קעמערל, גיך װי דער בליץ.