מענדעלע מוכר-ספֿרים

מײַן (לעצטע) נסיעה

אין ,Abstracts of Khuylot 4 (1997) װאָס האָט זיך באַװיזן אין ,The Mendele Review 1.010 זײַנען דאָ צװײ אַבסטראַקטן מיט אַ שײַכות צו מענדעלע מוכר-ספֿרימס אַ רעלאַטיװ נישט-באַװוּסטער דערצײלונג. מע האָט אונדז געבעטן מיר זאָלן אָנגעבן דעם טעקסט פֿון דער דערצײלונג אַזױ װי זי איז איבערגעדרוקט געװאָרן אין "חוליות" 4 [זומער 1997], װאָס איז אַלײן אַ רעפּראָדוקציע פֿון דער װערסיע אין "שטערן". דער סאָװעטישער זשורנאַל האָט געפֿאָלגט דעם אָריגינעלן מאַנוסקריפּט (חוץ דעם, װאָס ער האָט זיך באַנוצט מיטן סאָװעטישן אױסלײג) װאָס האָט זיך דעמאָלט געפֿונען אין מענדעלע-מוזײ אין אַדעס, נאָר װאָס איז זינט דעמאָלט פֿאַרפֿאַלן געגאַנגען אין אַ שׂריפֿה װאָס האָט פֿאַרברענט דעם מוזײ מיטן כּתבֿ-יד אין אײנעם. "חוליות" האָט אָפּגעדרוקט אַבסטראַקטן אױף ענגליש און ייִדיש פֿון דער דערצײלונג און פֿון אהרן װאָראָבײטשיקס אַרטיקל װאָס לײגט פֿיר אַ סמיכות צו מענדעלעס "די קליאַטשע", און ער פּרעזענטירט דערצו דעם טעקסט גופֿא לױטן אײנהײטלעכן ייִדישן אױסלײג, מיט נומערירטע פּאַראַגראַפֿן כּדי מע זאָל זיך קענען גרינג פֿאַררופֿן דערױף. מיר דאַנקען האַרציק די רעדאַקציע פֿון "חוליות" װאָס האָט געגעבן איר רשות איבערצודרוקן די דאָזיקע זײַטלעך פֿון זשורנאַל. אַ) אַבסטראַקט: "מײַן (לעצטע) נסיעה" דאָס איז משמעות אײנער פֿון די סאַמע לעצטע טעקסטן, װאָס זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן פֿון מענדעלעס גניזה. דאָ האַנדלט זיך װעגן מענדעלע דעם מוכר-ספֿרים, בשעת ער איז אין קלעם, ממש אײַנגעטונקט אין דאגות פּרנסה. װוּ נעמט מען אױף הוצאות? בלײַבט, נעבעך, צו פֿאַרקױפֿן זײַן פֿערדל, זײַן הונגעריקן, אױסגעמאָרעטן מיטגײער. נאָר װען ער באַגעגנט זיך אױפֿן מאַרק מיט די גראָבע רײד פֿון די פֿערד-הענדלער --- ציט ער זיך צוריק, און װערט פֿול מיט חרטה און רחמנות פֿאַר זײַן קױם זשיפּעדיקן פֿיר-פֿיסיקן חבֿר. איבערגעדרוקט פֿון מינסקער "שטערן" (10 יולי 1939, 1-4).

ב) אַבסטראַקט: אהרן װאָראָבײטשיק, "פֿון מענדעלע מוכר-ספֿרימס לאַבאָראַטאָריע"

אהרן װאָראָבײטשיק (1895-1941), װעלכער האָט געאַרבעט אין אַלוקראַיִנישער מוזײ פֿאַר ייִדישער קולטור אױף מענדעלעס נאָמען אין אַדעס, און איז געװען דער רעדאַקטאָר פֿונעם זאַמלבוך "מענדעלע און זײַן צײַט" (1939), איז געװיס געװען אַ בקי אין מענדעלעס כּתבֿ-יאַדן. װיל ער טאַקע אין זײַן קלײנעם עסײ געבן דעם לײענער אַן אָנצוהערעניש װעגן די מעגלעכע פֿאַרבינדונגען צװישן דער נאָװעלע 'מײַן (לעצטע) נסיעה' און מענדעלעס װײַטערדיקע פּלענער און װערק. דער עיקר האַלט ער פֿון אַ סמיכות צװישן דער אָ נאָװעלע און מענדעלעס באַרימטע 'די קליִאַטשע'.

מײַן (לעצטע) נסיעה(*)

1. דעם צװײטן אלול, פֿאַר אַ יאָרן, תּרכ"ט [1869](1), האָב איך מיך מיט מײַן בײַדל ספֿרים אַרײַנגעפּעקלט אין קיִעװ. איך זאָג אַרײַנגעפּעקלט, מחמת, װי איר װײסט, איז אַ ייִד אין קיִעװ טריפֿע סחורה. ער טאָר זיך דאָרט ניט געפֿינען, סײַדן מיט אַ בלאָמב(2), דאָס הײסט, אַז ער צאָלט פּאָשלינע(3) און נעמט אַ קופּעטשעסטװאָ(4). װי עס האָט אַ פּנים, טאָרן קײן ייִדן דאָרט ניט זיצן, ניט װײַל מע האַלט זײ פֿאַר אומערלעכע, גראָבע, אומגעבילדעטע מענטשן, װאָרעם ראשית, אַזױ פֿײַן, אַזױ ערלעך זײַנען זײ דאָך, לכל הפּחות, װי ציגײַנער. פֿאַר װאָס זשע גײען אַרום דאָרטן ציגײַנער מיט נאָך אַנדערע שלעק פֿראַנק און פֿרײַ? צװײטנס, װאָס איז קופּעטשעסטװאָ פֿאַר אַ סימן פֿון ערלעכקײט? מע קען זײַן אַ קופּעץ און פֿאָרט אַ גרױסער מאָשענעק(5). דריטנס, װאָלטן דאָך דאָרטן געמעגט זיצן די, װאָס האָבן אַ מאָל געלערנט אין שקאָלעס, אין ראַבינער-שולן, אױך מחברים און נאָך אַזעלכע, װאָס זײַנען זײער פֿײַנע געלערנטע מענטשן, כאָטשע-נעבעך, זײ האָבן ניט קײן געלט צו צאָלן גילדע(6). װאָס דען זשע איז דער אמתער טעם? דאָס, זײַט מוחל, גײט פֿרעגן אַנדערע, קליגער, פֿאַרשטענדעריקע פֿון מיר. איך בין ניט אױסן זיך דאָ אַרײַנצולאָזן אין חקירות און גײן אין הױכע דרכים, פֿאַרקריכן ביז דעם אלף הששי... און איבעריקנס, װאָס מאַכט עס אױס, געלױבט איז השם יתברך, ייִדן זיצן דאָך פֿאָרט אין קיִעװ. דאָרטן געפֿינט זיך הײַנט, אָן נעהאָרע, אַ גרױסע עדה ייִדן, זאָלן זיך מערן. זײ האָבן שױן, דאַנקן גאָט, אַ טאַקסע מיט נאָך אַזעלכע גוטע תּקנות, באַלד אפֿשר אַזױ, װי אין גלופּסק. עס קאָסט אַ מאָל אַ קערבל, נו, מילא, כע!...

2. מײַנע געשעפֿטן זײַנען אין קיִעװ ניט געגאַנגען אין בעסטן. דער פּדיון פֿאַר די ספֿרים איז געװען זײער װײניק און שטעכעװען האָט זיך ניט געמאַכט מיט װעמען. בכּלל איז מיר דאָס גאַנצע יאָר ניט געגאַנגען. עס איז געװען אַ פֿינסטערער, אַ ביטערע יקרות. קײנעם איז ניט געלעגן אין קאָפּ אױסצוגעבן געלט אױף ספֿרים. מײַן הױפּט-האַנדל איז געװען שטעך, װי דער שטײגער איז פֿון ייִדישע מוכרי-ספֿרים, היינו, גאָר תּחילות בין איך אַרױסגעפֿאָרן מיט תּיקון-שבֿעותלעך, תּיקון תּודהלעך, מיט עטלעכע מסכתּות "ביצאָ" וכדומה, האָב איך זײ אַרום ראָש-חודש אבֿ אױסגעביטן אױף קינות, אױף תּחינות, אױף מסכתּא "גטין" וכדומה. דערנאָך האָב איך די מינים װידער אױסגעביטן אױף לוחות, אױף "תּיקוני-זוהר," אױף סליחות, אױף מחזורים, מענה-לשונס און תּפֿילין-זעקעלעך. די דאָזיקע מינים װידער האָב איך אָסיען-צײַט אױסגעביטן אױף "גדלות-יוספֿס," אױף גרינע שאַלן, בראָדער געאַרבעטע לײַבלעך, ברעסלעװער זאָקן און אױף דובראָװנער טליתים, וכדומה. נאָך דעם האָב איך װײַטער די זאַכן געביטן אױף בלעך, אױף מעש און קופּערװאַרג. קורץ, איך האָב געאַרבעט, געמאַכט געשעפֿטן, אָפֿט זײער גוטע, גילדענע געשעפֿטן, כ'האָב איבערגעהאַנדלט מיט אַ װעלט, און נאָך אַלע זאַכן איז בײַ מיר אין קעשענע געװען פּוסט. איך װײס ניט, אפֿשר גײט עס אין אַנדערע מסחרים אױך פּונקט אַזױ. אפֿשר, אַז מען זאָל זיך גוט צוקוקן, גײט עס אַזױ מיט אַלע בריאות און גאָלדשפּינערס. נאָר איך בין דאָס ניט אױסן.

3. איך בין אַרומגעגאַנגען אין אײנע צרות. --- װאָס טוט מען דאָ? --- האָב איך געטראַכט. אױף דער סטאַנציע קומט; מײַן װײַב שרײַבט מיר, איך זאָל למען השם קומען אַהײם; איך בין שױן צװײ יאָר נע-ונד אין דער פֿרעמד. זי שרײַבט געװאַלד, מען דאַרף דעם עלטערן זון חתונה מאַכן, עד מתי װעט ער זיצן אַ בחור? נאָך אים זיצט אַ בתולה אַ כּלה, דער מחותּן פּיקט אין קאָפּ אַרײַן מע זאָל שױן חתונה מאַכן. דער חתן קען מער ניט זיצן. נאָך איר איז פֿאַראַנען נאָך אַ בתולה, און מע מוז זי אױך פֿאַרקנסן, שדכנים שלאָגן אָפּ דאָס שװעל. דערצו נאָך האָבן זיך נאָך בײַ מיר צעריסן די שטיװל, קריכנדיק אױף די קיִעװער בערג. הכּלל עס איז מיר געװעזן גאָר ניט פֿרײלעך.

4. ליגנדיק בײַנאַכט אױפֿן געלעגער, איז בײַ מיר געבליבן איך זאָל פֿאַרקױפֿן מײַן פֿערדל. אײן מאָל, װעל איך עס פֿאַרשפּאָרן צו האָדעװען, און צװײטנס, װעט נאָר דאָס געלט װאָס איך װעל פֿאַר אים נעמען, צו נוץ קומען אױף הוצאות אַהײם. אַװדאי האָט מיר שטאַרק באַנג געטאָן זיך צעשײדן מיט מײַן פֿערדל, װאָס עס איז שױן בײַ מיר אַזױ פֿיל יאָרן. שױן גאַנץ לאַנג, אַז איך האָב עס געקױפֿט, אַקוראַט אין דעם יאָר, װאָס איך בין אַראָפּ פֿון קעסט, און מײַן װײַב איז געלעגן געװאָרן מיט אַ פֿינפֿט מײדל עליה-השלום. איך האָב עס גענומען אין שטעך פֿאַר רומל און אַלט מעש, און פֿון יענער צײַט אָן האָב איך מיט אים געמאַכט אַלע מײַנע נסיעות און אױסגעפֿאָרן אַ װעלט. אַװדאי איז מיר ניט ניחא געװען זיך צו שײדן אױף דער עלטער מיט אַזאַ געזעלן, װאָס איז תּמיד געװעזן אַזױ געטרײַ, װאָס האָט מיר ניט פֿון אײן בלאָטע אַרױסגעפֿירט און געליטן, פֿאַרשװאַרצט געװאָרן מיט מיר אינאײנעם. נאָר װאָס האָב איך געקענט בעסער מאַכן? װאָס טוט דען אַ מענטש ניט פֿון זײַן געזונט װעגן? װיפֿל פֿרײַנד, װיפֿל געטרײַע, גוטע פֿרײַנד, פֿאַרקױפֿט מען דען ניט פֿון פּרנסה װעגן? װאָס זאָג איך פּרנסה קען דען ניט איטלעכער פֿון אונדז אַזעלכע מענטשן, אי רײַכע, אי געבילדעטע, װאָס פֿאַרקױפֿן זײערע האַרץ-פֿרײַנד טאַקע גאָר פֿאַר אַ קלײניקײט, פֿאַר אַ חניפֿה, פֿאַר אַ קערבל. אָדער פֿאַר אַ גוטן מיטאָג? ניט דאָס אָבער בין איך אױסן.

5. דער ערשטער מענטש, װאָס האָט מיר אין דער פֿרי אָפּגעגעבן אַ גוט-מאָרגן בײַ מיר אױף דער סטאַנציע, איז געװען די באַלעבאָסטע.

6. --- גוט מאָרגן, רב מענדעלע --- האָט זי געזאָגט מיט אַ חן --- נעמט ניט פֿאַר אומגוט, װאָס איך בעזפּאָקױע(7) אײַך גאַנץ פֿרי, טאָמער קענט איר מיר געבן עטלעכע קערבלעך, איך װיל גײן עפּעס אײַנהאַנדלען אױף יום-טובֿ, הײַנט איז אַ מאַרק-טאָג, אפֿשר װעט מיר דער רבונו-של-עולם באַשערן אַ מציאה. איך בין דאָך אַן אָרעם מענטש, אַ װיסטע אַלמנה מיט קלײנע קינדער.

7. --- הײַנט איז אַ מאַרק-טאָג --- האָב איך מיר אָנגערופֿן זײער צעמישט --- נו, עלקע, הײַנט װעל איך אײַך געבן, הײַנט.

8. די באַלעבאָסטע האָט געמאַכט אַ קרום פּנים און איז אַרױסגעגאַנגען. מיר איז געװאָרן זײער פּאַסקודנע(8) אױפֿן האַרצן, מײַן גאַנצע האָפֿענונג איז איצט געװעזן דאָס פֿערדל.

9. נאָר אײן גאָט װײס, װי ס'איז מיר געװען אױף דעם האַרצן בשעת איך בין אַרײַנגעגאַנגען אין שטאָל. מײַן פֿערדל, נעבעך, איז געלעגן אײַנגעהױקערט אין צענטן, עס האָט געסאָפּעט, געקרעכצט און שטאַרק געמאַכט מיט די זײַטן. לעבן אים איז ניט געװען אפֿילו קײן אײן הײ, פֿון האָבער האָט מען שױן גאָרניט צו שמועסן, זײַט עטלעכע טעג האָט דער שלימזלניק עס אפֿילו אין די אױגן ניט אָנגעקוקט, חוץ אַ ביסל סיטשקע. אַז איך בין צו אים צוגעגאַנגען נעענטער, האָט ער זיך מיט צרות געשטעלט, זיך אױסגעצױגן אױסצוגלײַכן די אַלטע בײנער, האָט אױפֿגעשטעלט זײַנע אױערן און אױסגעשטרעקט דעם האַלדז צו מיר מיט "װאָס דו װילסט. איך װעל דיר שלעפּן מיט דײַנע ספֿרים כּל זמן עס שלאָגט זיך נאָך אין מיר אַן אָדער." איך האָב אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ און האָב מיך געשעמט קוקן מײַן פֿערדל אין פּנים, גלײַך װי איך בין באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן. אַך, האָב איך אַ קרעכץ געטאָן און האָב עס אָנגענומען פֿאַר דעם פּאָװעד(9) און אים אַרױסגעפֿירט אױף דער גאַס.

10. איך האָב מיט מײַן פֿערדל אַרומגעפֿירט הין און צוריק לעבן די ליװעראַנטן. אײנער איז צו מיר צוגעגאַנגען, ער האָט אַ װײַז געטאָן מיטן פֿינגער אױף דעם פֿערדל און מיר געפֿרעגט מיט אַ שמײכעלע:

11. --- פֿעטער, איר װילט דאָס פֿאַרקױפֿן?

12. יאָ --- האָב איך געענטפֿערט --- איר װילט דאָס קױפֿן?

13. --- װאָס טױג מיר אַזאַ פּגירה --- האָט ער זיך אָנגערופֿן מיט אַ געלעכטער --- איר זאָלט עס מיט שענקן, פֿעטער, װעל איך עס ניט נעמען.

14. נאָך עטלעכע זײַנען צוגעגאַנגען, האָבן באַטראַכט מײַן פֿערדל מיט אַ געלעכטער און זײַנען אַװעקגעגאַנגען, ניט צו רעדן מיט מיר אפֿילו אַ װאָרט. צום סוף איז נאָך אײנער צוגעגאַנגען צו מיר און האָט פּראָסט אַ זאָג געטאָן:

15. אַ פֿערציקער אפֿשר װעל איך אײַך געבן פֿאַר אײַער דרינדע. װאָס קען דען װערט זײַן אין גאַנצן זײַן פֿעל? עס איז דורכצעביסן, דאָס װײדל אױסגעקראָכן, אפֿילו פּאָדקאָװעס, מישטײנס געזאָגט, װעל איך פֿון אים ניט קענען אַראָפּנעמען. נו, װילט איר? --- האָט ער זיך נאָך אַ מאָל אָנגערופֿן צו מיר --- זאָגט, װאָס שװײַגט איר, פֿעטער?

16. אַזעלכע בזיונות, מיט אַזעלכע רײד האָב איך שױן ניט געקענט אױסשטײן. ס'טײַטש, פֿאַרקױפֿן מײַן פֿערדל פֿאַר אַ שפּאָט-געלט מע זאָל אים הרגענען און אַראָפּציִען דאָס פֿעל? מײַן פֿערדל, װאָס האָט מיר געדינט, און בײַ מיר געבידעװעט אַזױ לאַנג געטרײַ, װאָס בײַ אַ שלעכטער צײַט פֿלעג איך אים ניט אײן מאָל זאָגן, ער זאָל זוכן אַ הײ אין סידור, װאָס ניט אײן מאָל פֿלעגט ער אָננעמען פֿאַר ליב אַ טאָרבע מיט דאַרע שטיקלעך ברױט, װאָס איך פֿלעג אָפּקױפֿן אױף דעם װעג בײַ אָרעמע לײַט, װאָס האָט אָנגעװױרן בײַ מיר זײַן געזונט, זײַן לײַב און לעבן און אַ מאָל אַנידערגעלײגט זײַן װײדל, נעבעך, בײַ די גלופּסקער װײַסע חבֿרה?

17. נײן, נײן, האָב איך געזאָגט, אַזױ שלעכט אַקעגן אים װעל איך ניט זײַן. איך װעל עס ניט פֿאַרקױפֿן. עס מעג זיך זײַן מיט מיר װאָס עס װיל זיך. און באַלד טאַקע האָב איך עס גענומען און געגאַנגען צוריק אױף דער סטאַנציע.

---

הערות [פֿון שלום לוריִאַ]

*. איבערגעדרוקט לױטן נוסח פֿון מינסקער "שטערן" (10 יולי 1939, ז' 1-4). דאָרט גופֿא װערט פֿאַרצײכנט אַז דאָס איז געװען אַ כּתבֿ-יד, װעלכער האָט זיך געפֿונען אין אַלוקראַיִנישער מוזײ פֿאַר ייִדישער קולטור אױף מענדעלעס נאָמען, אין אָדעס. דער מוזײ איז, לײדער, צערױבט און פֿאַרברענט געװאָרן בשעת דער דײַטשער אָקופּאַציע אין משך פֿון דער צװײטער װעלט-מלחמה.

1. ב' אלול תּרכ"ט: משמעות זומער 1869.

2. בלאָמב: אַ פּלאָמבע, געמײנט, משמעות, אַ דערלױבעניש געחתמעט מיט אַ פּלאָמבע.

3. פּאָשלינע: אַן אָפּצאָל, אַ שטײַער.

4. קופּעטשעסטװאָ: אַ חזקה צו פֿירן אַ מסחר.

5. מאָשעניק: שװינדלער, דרײער, אָפּנאַרער.

6. גילדע: שטײַער פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע בעל-מלאכהס און סוחרים; אַן אָפּצאָלדער בראַנזשע.

7. בעזפּאָקױען: מטריח זײַן, מדריך-מנוחה זײַן.

8. פּאַסקודנע: מיאוס, שלעכט.

9. פּאָװעד: פֿון רוסיש: פּאָװאָד מײנט 'לײצע'.