דער חרובֿער שפּיטאָל

לאה ראָבינסאָן

כ'װיל אײַך עפּעס װײַזן:
גראָד דאָ, אין דעם סטאַטעטשנעם װינקל שטאָט,
שטײט הפֿקר כּמה יאָרן אָט דער בנין.
פֿאַר דעם, האָט ער די מענטשן גוט באַדינט.
איז דאָס דען יושרדיק? פֿון זײַן באַלקאָן
צעפֿאַלן זיך די אױסגענעצטע זײַלכלעך
װי קרישלדיקע בײנער.
פֿון קאָנוסדאַך דעם שטאָלצן
גליטשן אַראָפּ צו ביסלעך גראָע קאַכלען
װי שטיקלעך קיװער אין אַ לאַנגער שלאַכט.
זאָל יעדער פֿוסגײער דאָ זײַן אָפּגעהיט!
און אַז מע רעדט שױן װעגן פֿיס:
גיט אַ קוק אונטן -- פֿון די שפּעלטלעך,
װאָס צװישן פֿינגער פֿון זײַן ציגלפֿוס,
צעשפּראָצט זיך, װי די שטעכיקע בערשטלהאָר,
באַרעגנטע קראָפּעװע. הױך איבער איר,
בײַם בנין אױף די קײַלעכדיקע זײַטן,
הײבט זיך, אפֿילו אין אַ לײַכטן װינט,
געדיכטער, העלער פּליושטש,
װי פּעלצנרונצלעך אױף אַ גרינעם
ברײט-פּלײצעדיקן בער,
װאָס װערט שױן װילד פֿון עלנטקײט און הונגער.
דער טױטער בנין, לײַט-פֿאַרלאָזן,
לעבט שױן מאָדנע אױף פֿון זיך אַלײן,
צי פֿון דער נעריק-שלינגיקער נאַטור.
און װען די גוטע זון, אױף איר שפּאַציר,
שענקט אים אַ װאַרעמען בליִאַסק אין שפּליטערשױב
װאַרפֿט ער שױן אָפּ דעם פֿײַער אַ פֿאַרקילטן
אױף אונדז, װאָס שטײען און גאַפֿן אױף זײַן מצבֿ,
און דריקט אונדז אױס זײַן ברעניקן פֿאַרדראָס.