אַן אַלטער בריװ

פֿון בײלע שעכטער-גאָטעסמאַן

פּרוּװן לײענען דעם אַלט-אַלטן כּתבֿ
װי גרײכן צו פֿאַרטונקלטע כמאַרעס אַרױף.
אומזיסט די מוח-אַקראָבאַטיק,
לאָז גיכער דעם ניגון רינען,
דעם ריטעם שטראָמען,
דער סוד פֿון די שורות,
דאָס קול הינטער די אותיות,

זאָל אַלײן זיך אַנטפּלעקן.

און --- אָפּגעװישט שױן דעם נעפּל פֿון
יענעם פֿאַרגעלטן בלעטל,
צעעפֿנט זיך דער שיפֿער
פֿון קױם דערהערטן גערעד,
שעפּטשעט מיט אָנװוּנק און רמז,
מער אַ דערפֿיל צװישן די שורות,
אַ שיעור נישט דערשטיקטער רוף:
"טאָכטער, נעם מיך אַרױף!"
ס'איז שפּעט די שעה, איך קוק אַרױס,
אין שװאַרצער נאַכט פֿליט עפּעס װײַס.

ס'אַ פּאַפּירל צעטראָגן הפֿקר אין װינט,
אַ בריװל, אַ מאַמעס שטורעם-געמיט.
די אותיות שאָטענען נאָך מיט געבעט:

"מיר זײַנען געװען אין צײַטגעלאַף,"
פֿאַרקריסט אין חלל אַ לאַנגסטיקער כּתבֿ.