סיום-רעדע, יוני, 1997, ביִאַליק-מיטלשול, מאָנטרעאַל, קאַנאַדע

אליעזר גרשון באַטאַליאָן (17 יאָר אַלט)

ליבע מענטשן, איך האָב פֿאַר אײַך אַ קאָנפֿעסיע און איך װיל זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרצן. אַנטשולדיקט מיר, אָבער ...

איך ... בין אַ פּױלישער.

כ'װײס כ'האָב פּרובירט, װי די אַסימילאַטאָרן און געװיסע מנהיגים פֿון דער השׂכּלה עס צו באַהאַלטן. כ'האָב געלײענט ביכער אין ענגליש, מאַטעמאַטיק, פֿראַנצױזיש. אָבער איך קען זיך נישט ראַטעװען. דאָס איז מײַן אידענטיטעט. כ'בין אַ פּױלישער ייִד.

מײַנע עלטערנס עלטערן זײַנען געקומען פֿון שטעטל. װעלכעס שטעטל? איך װײס נישט, אָבער אַלע שטעטלעך זײַנען די זעלבע: גיט מיר אַ רבי, אַ מילכיקער, אַ קבצן, אַ שול, און אַ פּאָר בהמות --- און איר האָט אַ שטעטל. מיר האָבן געטראָגן אונדזער געשעפֿטן אין קעשענע און זײַנען אָנגעקומען אין אַ ייִדישער קהילה אין מאָנטרעאַל.

מיר זײַנען געקומען אין די דרײַסיקער יאָרן און האָבן געפֿונען אַן אָרט פֿול מיט ייִדישער קולטור: אַ טעאַטער, אַ צײַטונג, אַ ביבליִאָטעק ... אײנער האָט אָנגעהױבן אַ שמאַטע-געשעפֿט, אַן אַנדערער איז געװאָרן אַן אַדװאָקאַט, אַן אַנדערער אַ דאָקטער. מיר האָבן אױפֿגעבױט עטלעכע אינסטיטוציעס פֿון דער ייִדישער קהילה, מיר זײַנען געװען צעטײלט אין עטלעכע גרופּעס: די ציִעניסטן, די בונדיסטן, די חסידים, די פֿרומע, די נישט-צו-פֿרומע. מיר האָבן געהאַט קאַפּיטאַליסטן, סאָציִאַליסטן, קאָמוניסטן, בײזע באָסעס, אַרבעטער ... אָבער אײן קולטור.

איצט, אַז מע קומט צום יאָר נײַנצן הונדערט זיבן און נײַנציק, באַקומט מען די נאַרישע אילוזיע אַז מע האָט שױן געפּטרט אונדזער ייִדישן ייִחוס.

אָבער איך װײס, מיט מײַן קאָפּ און מײַן גאַנצן האַרצן, אַז מיר זײַנען די זעלבע ייִדן, אַנדערע צײַטן, אָבער די זעלבע ייִדן. כ'װײס, אַז אין יענער צײַט, האָט מען געװױנט אין ביִאַלאָסטאָק --- איצט, װױנט מען אין װוּדסטאָק. אין יענער צײַט איז דער גרעסטער אוצר געװען אַ זינגער-מאַשין --- איצט, איז דער גרעסטער אוצר אַ פֿאַקסמאַשין. אין יענער צײַט, האָבן אַ סך געטראָגן אַ יאַרמעלקע --- איצט, פֿירט מען אַ יאַמאַהאַ. אין יענער צײַט האָבן אַ סך טאָג און נאַכט שטודירט תּורה --- איצט, האָבן מיר נישט אַזאַ מורא. אין יענער צײַט האָט מען געלאַכט פֿון קאָמעדיע פֿון דזשיגאַן און שומאַכער --- איצט, האָט מען דזשערי סײַנפֿעלד אַלס דער גרױסער מאַכער. אין יענער צײַט, האָט מען געהאַט אײן מאַנטל צו באַקלײדן ברידער-שװעסטער --- איצט, דעקט מען אױס די גאַנצע משפּחה אין פּאָליִעסטער. אַ סך האָט זיך געביטן, אָבער די קולטור האַלט אָן, די שפּראַך האַלט אָן.

אָבער װער קען פֿאָרױסזען די קומעדיקע צײַט. אפֿשר װעט ייִדיש פֿון אונדז אַװעק. באמת, פֿאַרװאָס מוז מען האָבן אַ שפּראַך, װאָס איז געבױרן געװאָרן כּדי אײן אײראָפּעיִשער ייִד זאָל קענען שמועסן מיט אַן אַנדערן, װען איצט װױנען מיר אין צפֿון-אַמעריקע און רעדן אַלע ענגליש? אָבער מע פּרובירט עס דװקא אײַנהאַלטן און ראַטעװען, פֿאַר סיבות פֿון כּבֿוד, טראַדיציע און ייִדישע װערטן. פֿאַר דעם קען מען דאַנקען דעם ייִװאָ, די העלדין דאָראַ װאַסערמאַן, און אַװדאי, די ייִדישע פֿאָלקסשול און פּרץ-שול.

איך בין געקומען אין דער שולע װען איך בין געװען 4 יאָר אַלט. כ'בין געקומען אַהײם, כ'האָב געזאָגט, "טאַטע-מאַמע, עס פּאַסט מיר. שיקט מיך דאָרט פֿאַר נאָך אַן עלף יאָר."

זײ זײַנען מסכּים געװען. כ'האָב באַקומען אַ ייִדישע דערציונג פֿון דער אײנציקער שול װאָס האָט דעצידירט אָנהאַלטן די שײנע שפּראַך. אַלע אַנדערע שולן האָבן פּרובירט באַהאַלטן זײער פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש, אַזױ װי עס װאָלט געװען אַ שאַנדע ... "זאָל קײַנער מאָך נישט הערן מיט מײַן גאַליציִאַניש לשון."

די ייִדישע פֿאָלקסשול און פּרץ-שול זײַנען געװען שטאָלץ: שטאָלצירט מיט דער שפּראַך, קולטור, ייִחוס. מיר זײַנען נאַריש נישט צו זײַן שטאָלץ: גיט אַ קוק אױף די גרױסע פּערזענלעכקײטן װאָס זײַנען דורכגעגאַנגען אונדזער געשיכטע: י.ל. פּרץ, ביִאַליק, רײזן, דער װילנער גאון, הרבֿ מנחם שניאורסאָן, דזשאַקי מײסאָן, אַל דזשאָלסאָן, סאַראַ בערנהאַרד, מאָלי פּיקאָן, פֿײַװיש פֿינקעל. מען געפֿינט ייִדן אין יעדן טײל פֿון לעבן: די פֿירער פֿון פּאָליטישן לעבן, עקאָנאָמישן לעבן, מעדיצין, טעאַטער, מוזיק, און אױב איך קען מסכּים זײַן מיט מאַרלאָן בראַנדאָ, אױך אין האָליװוּד. גײט אין יעדן װינקל פֿון דער װעלט, אין יעדן הײל אין מיטן פֿון דזשאָנגל ... און איר װעט געפֿינען אַ ייִד, און נישט סתּם אַ ייִד ... אַן אַלטן ייִד ... מיט אַ שטעקן ... און אַ באָרד ... און אַ שטיקל געפֿילטער פֿיש ... און נעכטיקן "פֿאָרװערטס."

מײַן לערנען ייִדיש האָט זיך אָנגעהױבן מיט "מאָטעלע און גיטעלע", אַ באַהאַלטענער פּלאַן מיך צו צװינגן צו רעדן װי אַ ליטװאַק. שפּעטער האָט איך געלערנט די מעשׂיות פֿון ייִדישע געשיכטע, פֿון חנה סענעש, און כ'האָב פֿאַרגרעסערט מײַן װאָקאַבולאַר.

דערנאָך בין איך געקומען אין ביִאַליק. דאָ האָט מען געלײענט די אַרבעט פֿון די װיכטיקסטע ייִדישע שרײַבערס: פּרץ, שלום עליכם, אַבֿרהם רײזען, ביִאַליק. מען האָט זיך געלערנט װעגן שטעטל-לעבן, װעגן דער אימיגראַציע קײן אַמעריקע, מעשׂיות װעגן סאָציאַלער גערעכטיקײט. אַ טײל פֿון אונדזער לערנען איז געװען גײן אין ייִדישן טעאַטער, װוּ מיר האָבן געזען און געהערט דאָס לעבעדיקע ייִדישע װאָרט.

אָבער עס זײַנען דאָ ייִדן װאָס פֿרעגן "פֿאַרװאָס? פֿאַרװאָס דאַרף מען עס לערנען, ס'איז אַ שפּראַך כּמעט אין קבֿר."

פֿױלע זשלאָבעס!!

ייִדיש איז גרינג זיך צו לערנען און אַן אוצר װאָס מען דאַרף האַלטן טײַער. עס איז שטענדיק דאָ אַ באַנוץ פֿאַר ייִדיש: דער ערשטער באַנוץ איז אַ קאָנטאַקט מיט אַן אַנדערן ייִד אומעטום אין דער װעלט. יעדן טאָג װען איך שפּאַציר אַרום מײַמאָנידיס, איז שטענדיק דאָ אַ מאַן װאָס פֿרעגט: "יונגערמאַן, רעדסטו ייִדיש? "You speak Jewish?

און איך קען ענטפֿערן מיט שטאָלץ --- יאָ!

דער צװײטער באַנוץ איז די אַנטװיקלונג פֿון אַ ייִדישן קאָפּ. ס'איז דאָ אַ ספּעציעלער װעג צו קלערן אין ייִדיש, פֿול מיט חכמה און שׂכל. כ'װעל געבן אַ בײַשפּיל:

--- "חיים, פֿאַרמאַך דעם פֿענצטער, ס'איז קאַלט אין דרױסן!"

--- "און אױב כ'װעל יאָ פֿאַרמאַכן דעם פֿענצטער, װעט עס װערן װאַרעם אין דרױסן?"

נישט בלױז אַ שפּאַס, אָבער אַ לעקציע אין לעבן. איצט איז די צײַט צו גײן. מיר װעלן געדענקען די זכרונות פֿון אונדזער ייִדישער דערציונג: די ייִדישע לידער, די מעשׂיות, די פּאָעמעס, די לערערס (אײנער װאָס האָט מיך געלערנט װי אַזױ צו זאָגן "האָבן" --- נישט "האָבען". האָבן!).

איך האָף אַז די װעלט פֿון ייִדיש װעט אָנהאַלטן דורך די קומעדיקע יאָרן, מיר זאָלן נוצן אונדזער ייִדיש לשון, טאָן אונדזערע לעקציעס אױף ייִדיש, לערנען אונדזערע קינדער ייִדיש ...

װײַל ייִדיש איז נישט טױט. ייִדיש איז פֿול מיט לעבן, ענערגיע, שײנקײט, תּאװה און אױסדרוק, ייִדיש איז פֿול מיט חכמה, װיסנשאַפֿט, שׂכל און מאַטעמאַטיק. ייִדיש איז פֿול מיט טרױעריקײט, פֿול מיט קאָמעדיע, פֿול מיט סלאַװישע װערטער װי "סקראַבנע" און "זשלאָב."

ייִדיש איז אַ גאַנצע װעלט, און איר װעט עס געפֿינען אױפֿן אינטערנעט בײַ www.mameloshn.yiddish.com דו קענסט עס נישט אָפּלײקענען, דו װילסט עס נישט אָפּלײקענען, ס'איז דײַן אידענטיטעט.