אסתּר

אסתּר
פֿון שלום עליכם

אסתּר (דערצײלט לכּבֿוד פּורים)

נישט קײן מעשׂה פֿונעם חדר, נישט פֿונעם רבין און נישט פֿון דער רביצין װיל איך אײַך דערצײלן אָט דאָ. איך האָב אײַך שױן פֿון דעם גענוג מאָל דערצײלט. אפֿשר װעט מיר זײַן דערלױבט איצטיקס מאָל, לכּבֿוד פּורים, צו דערצײלן אײַך אַ מעשׂה פֿון דעם רבינס טאָכטער אסתּר.

א.

אױב אסתּר פֿון דער מגילה איז געװען אַזאַ יפֿת תּואַר װי די אסתּר װאָס איך דערצײל אײַך דאָ, איז קײן חידוש נישט װאָס זי האָט אַזױ אױסגענומען בײַם קיניג אחשװרוש. די אסתּר, װאָס איך דערצײל אײַך דאָ, האָט אױסגענומען בײַ אַלעמען. אַלע האָבן זי ליב געהאַט. אַלע, אַלע, אַפֿילו איך, און אַפֿילו מײַן עלטערער ברודער מאָטל אױך, כאָטש ער איז שױן לאַנג בר־מיצװה, און מע רעדט אים שױן לאַנג שידוכים, און ער טראָגט שױן אַ זײגער מיט אַ קײטל. (אױב איך האָב קײן טעות נישט האָט זיך אים שױן דעמאָלט געשיט אַ בערדל אױך), און אַז מײַן עלטערער ברודער מאָטל האָט זי ליב געהאַט — פֿרעגט מיך. איך װעל אײַך זאָגן אַקוראַט. ער מײנט איך װײס נישט, אַז דאָס װאָס ער גײט אַלע שבת בײַ טאָג אין חדר אַרײַן כּלומרשט לערנען פּרק מיטן רבין, איז אַ נעכטיקער טאָג. דער רבי כראָפּעט אױף װאָס די װעלט שטײט. די רביצין שמועסט מיט די װײַבער אין דרױסן אױף דער פּריזבע. און מיר חדר־ייִנגלעך שפּילן אין „מעם שין הא“. און מאָטל מיט אסתּרן קוקן מיט אױגן, ער אױף איר און זי אױף אים. און אַמאָל מאַכט זיך, אַז מיר חדר־ייִנגלעך שפּילן נאָר אין „קוציבאַבע“. װײסט איר װאָס דאָס הײסט „קוציבאַבע“? אָט װעל איך אײַך זאָגן װאָס דאָס איז. מע נעמט אײַך און מע פֿאַרבינדט אײַך די אױגן מיט אַ פֿאַטשײלע, מע שטעלט אײַך אַװעק אין מיטן שטוב און אַלע דרײען זיך אַרום אײַך און מע זאָגט אײַך: „גער־גער־גער כאַפּ מיך!“

מאָטל און אסתּר שפּילן אױך מיט אונדז. „קוציבאַבע“, זאָגן זײ, געפֿעלט זײ. איך װײס פֿאַר װאָס סע געפֿעלט זײ. װאָרעם אַז זײ שפּילן מיט אונדז אין „קוציבאַבע“ האַלטן זײ אין אײן יאָגן זיך, אין אײן כאַפּן זיך, ער זי און זי אים.

און נאָך אַ סך סימנים האָב איך, װאָס איך װאָלט אײַך געקאָנט דערצײלן און דערצײלן, נאָר איך בין נישט אַזעלכער ...

אײן מאָל האָב איך זײ געכאַפּט, װי זײ האָבן זיך געהאַלטן בײַ די הענט. דװקא נישט שבת, דװקא אין אַ װאָכעדיקן טאָג. פֿאַרנאַכטלעך איז דאָס געװען. בין מינחה למעריבֿ. ער איז כּלומרשט געגאַנגען אין שול אַרײַן. פֿאַרבלאָנדזשעט צו אונדז אין חדר. „װוּ איז דער רבי?“ „דער רבי איז נישטאָ“. און ער גײט און גיט איר די האַנט. אסתּרן הײסט עס, שטײ איך און קוק, נעמט זי צו איר האַנט, גיט ער מיר אַ גראָשן איך זאָל קײנעם נישט דערצײלן. זאָג איך — צװײ. גיט ער מיר צװײ. זאָג איך דרײַ — גיט ער מיר דרײַ. איר מײנט װאָס? װען איך זאָל זאָגן פֿיר װאָלט ער מיר געגעבן פֿיר. און פֿינף און זעקס? נאָר איך בין נישט אַזעלכער ...

נאָך אײן מאָל האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה ... נאָר גענוג מעשׂיות. לאָמיך אײַך בעסער דערצײלן די רעכטע מעשׂה, װאָס כ'האָב אײַך צוגעזאָגט.

ב.

מײַן ברודער מאָטל, װי כ'האָב אײַך געזאָגט, איז שױן אַ גרױסער. אין חדר אַרײַן לערנען גײט ער שױן מער נישט. רופֿט אים דעריבער דער טאַטע „פּרא אָדם“. קײן אַנדער נאָמען האָט ער נישט פֿאַר אים, נאָר „פּרא אָדם“. װיל דאָס די מאַמע נישט לײַדן. „װאָס פֿאַר אַ תּנועה, אַ בחור צו לײַטן, שױן באַלד אַ חתן, רופֿן "פּרא אָדם"?“ זאָגט דער טאַטע: „אַז ער איז פֿאָרט אַ פּרא אָדם!“ קריגן זײ זיך. איך װײס נישט װי אַזױ אַנדערע טאַטע־מאַמעס. מײַנע טאַטע־מאַמע האַלטן אין אײן קריגן זיך; טאָג װי נאַכט, טאָג װי נאַכט נאָר מע קריגט זיך.

איך זאָל אײַך דערצײלן פֿון מײַן טאַטע־מאַמע װי זײ קריגן זיך, װאָלט איר זיך האַלטן בײַ די זײַטן, נאָר איך בין נישט אַזעלכער ...

הכּלל, לערנט שױן מײַן ברודער מאָטל מער נישט אין חדר. פֿונדעסטװעגן פֿאַרגעסט ער נישט דעם רבין שיקן אַלע פּורים שלח־מנות. פֿאָרט אַמאָל געװען אַ תּלמיד. שיקט ער אים אַ שײנעם שיר אױף לשון קודש געשריבן, מיט אַ מגן־דוד אױסגעמאָלט, מיט צװײ פּאַפּירענע קערבלעך אַ מתּנה. מיט װעמען שיקט מען אַ רבין אַזאַ מין שלח־מנות? פֿאַרשטײט זיך, מיט מיר. זאָגט צו מיר מײַן ברודער מאָטל: „נאַ דיר, טראָג אָפּ דעם רבין שלח־מנות, און אַז דו װעסט קומען צוריק װעל איך דיר געבן צען גראָשן“. צען גראָשן איז טאַקע אַ מטבע, מע קאָן נישט זאָגן. נאָר װאָס דען? איך װיל, זאָג איך, די מטבע באַלד. זאָגט מיר מײַן ברודער, אַז איך בין אַ שגץ. זאָג איך: „סע קאָן זײַן,“ זאָג איך,„ אַז איך בין אַ שגץ, איך װעל זיך מיט דיר נישט קריגן, נאָר איך װעל זיך זען,“ זאָג איך, „געלט“. װי מײנט איר, װער האָט אױסגעפֿירט?

באַצאָלט מיר די צוגעזאָגטע צען גראָשן, גיט ער מיר דעם רבינס שלח־מנות, אַ פֿאַרחתמעט בריװל. און אַז איך האַלט שױן בײַם אַװעקגאַנג, רוקט ער מיר אַרײַן אין האַנט נאָך אַ בריװל און זאָגט צו מיר שטיל און גיך: „און דאָס װעסטו אָפּגעבן אסתּרן“ ... „אסתּרן?“ „אסתּרן“ ... אַן אַנדערער אױף מײַן אָרט װאָלט זיך שױן הײסן באַצאָלן פֿאַר אַזאַ זאַך צװײ מאָל אַזױ פֿיל, נאָר איך בין נישט אַזעלכער ...

ג.

— „רבונו של עולם! — טראַכט איך מיר גײענדיק מיטן שלח־מנות — װאָס קאָן מײַן ברודער אַזעלכעס שרײַבן צו מײַן רבינס טאָכטער? מע דאַרף אומיסטנע אַ קוק טאָן. מער נישט נאָר אַ קוק טאָן. איך װעל דאָך זײ דערמיט נישט אָפּבײַסן“ ... און איך עפֿן אױף דאָס בריװל װאָס צו אסתּרן און איך לײען איבער אַ גאַנצע מגילה. װעט איר הערן, איך געב זי אײַך איבער װאָרט אין װאָרט:

פֿון מרדכין צו אסתּרן

„איש, אַ מענטש, יהודי, אַ בחור, היה, איז געװעזן, בשושן הבירה, בײַ אונדז אין שטעטל, ושמו מרדכי, זײַן נאָמען איז מאָטל. ויהי אומן — ער האָט ליב געהאַט, את הדסה — דאָס הדסל — היא אסתּר — דאָס איז אסתּר. והנערה — און דאָס מײדל, יפֿת — איז אַ שײנע, תּואַר — אַ קראַסאַװיצע. ותּיטבֿ הנערה — און דאָס מײדל איז אים געפֿעלן. לא הגידה אסתּר — אסתּר זאָגט נישט אױס קײנעם, כּי מרדכי — װאָרעם מאָטל, צוה עליה — האָט איר אָנגעזאָגט, אשר לא תגיד — זי זאָל נישט אױסזאָגן. ובֿכל יום ויום — אַלע טאָג, מרדכי מתהלך — גײט מאָטל פֿאַרבײַ, לדעת שלום אסתּר — כאַפּן אַ קוק אױף אסתּרן, ובֿהגיע תּור אסתּר — און אַז ס'װעט קומען די צײַט פֿון אסתּרן, בת אַבֿיחיל — זי װעט דאַרפֿן חתונה האָבן. ותּלקח אסתּר — װעט ער נעמען אסתּרן, וימליכה — און ער װעט מיט איר גײן, תּחת װשתּי — אונטער דער חופּה.“

װאָס זאָגט איר אױף מײַן ברודער, װי ער האָט דאָס אױסגעטײַטשט די מגילה? איך װאָלט אַ בעלן געװען האָרכן, װאָס װאָלט זאָגן, למשל, דער רבי אױף אַזאַ פּירוש? נאָר װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער? שאַ! ס'איז דאָ אַן עצה, װי איך בין אַ ייִד! איך װעל איבערדרײען די יוצרות: דעם רבינס שיר װעל איך אַװעק געבן אסתּרן, און אסתּרס מגילה װעל איך אַװעקגעבן דעם רבין, לאָז ער זיך קװיקן. אַי, ס'װעט נאָך דעם װערן אַ חתונה? װאָס בין איך שולדיק? טרעפֿט זיך דען נישט, אַ מענטש האָט אַמאָל אַ טעות? למאַי דער בריװטרעגער פֿון דער פּאָסט — מאַכט זיך דען נישט, אַז ער גיט נישט אָפּ קײן בריװ? בײַ מיר װעט זיך אַזעלכע זאַכן קײן מאָל נישט טרעפֿן, איך בין נישט אַזעלכער ...

ד.

— אַ גוט יום טובֿ, רבי! — פֿאַל איך אַרײַן אין חדר מיט אַן אימפּעט, אַז דער רבי טוט זיך אַזש אַ װאָרף — מײַן ברודער האָט אײַך געשיקט שלח־מנות און געװינטשעװעט אײַך איר זאָלט דערלעבן איבער אַ יאָר.

און איך גײ און געב אַװעק דעם רבין די מגילה. מײַן רבי עפֿנט אױף די מגילה, קוקט און טראַכט און זוכט און דרײט די מגילה אױף אַלע זײַטן. אַ פּנים ער זוכט עפּעס נאָך. „זוך, זוך, — טראַכט איך מיר. — דו װעסט דאָרט עפּעס געפֿינען“ ...

און מײַן רבי טוט אָן די זילבערנע ברילן, לײענט דורך די מגילה און — איר זאָלט זאָגן, ער זאָל זיך דאָס אַפֿילו פֿאַרקרימען. נאָר אַ זיפֿץ געטאָן, נישט מער. נאָכדעם מאַכט ער צו מיר: „װאַרט אױס, אָט װעל איך דיר אָנשרײַבן אַ פּאָר װערטער.“ איך טו מיר דערװײַל אַ דרײ איבערן חדר, נעם בײַ דער רביצין אַ לעקעכל און אַ פֿלעדל און בינו לבינו, אַז קײנער זעט נישט, טו איך אַ געב־איבער אסתּרן אין האַנט אַרײַן דעם רבינס שיר מיטן שלח־מנות. װערט זי רױטלעך, באַהאַלט זיך אין אַ װינקעלע, עפֿנט אױף פּאַװאָלינקע דאָס בריװל און װערט אָנגעצונדן װי אַ ליכט, און די אױגן ברענען — סכּנת נפֿשות! „אַ פּנים נישט צופֿרידן מיטן שלח־מנות“ — טראַכט איך מיר און גײ צו צום רבין. גיט ער מיר די „פּאָר װערטער“, װאָס ער האָט אָנגעשריבן.

— אַ גוטן יום טובֿ אײַך, רבי! — זאָג איך מיטן אײגענעם אימפּעט, װאָס בײַם אַרײַנקומען. דערלעבט איבער אַ יאָר! און איך לאָז מיך אַהײם.

שױן אַז איך בין געװען אױף יענער זײַט טיר, לױפֿט מיר נאָך אסתּר מיט רױטע פֿאַרװײנטע אױגן: „נאַ, — זאָגט זי צו מיר מיט כּעס — אָט דאָס װעסטו אָפּגעבן דײַן ברודער!“

אױפֿן װעג עפֿן איך אױף פֿריִער דעם רבינס בריװל — דער רבי איז בילכער. שטײט דאָרט אַזױ: „מײַן ליבער און געטרײַער תּלמיד מרדכי נ"י! איך דאַנק דיר פֿיל מאָל פֿאַרן שלח־מנות, װאָס דו האָסט אַרײַנגעשיקט. פֿאַר אַ יאָרן און פֿאַר צװײ יאָרן האָסטו מיר אַרײַנגעשיקט שלח־מנות טאַקע, שלח־מנות ממש ... הײַנטיקס יאָר האָסטו מיר אַרײַנגעשיקט אַ נײַעם פּירוש אױף דער מגילה. דאַנק איך דיר פֿאַר דער מגילה. איך דאַרף דיר אָבער זאָגן, מאָטל, אַז דער פּירוש הײבט מיר נישט אָן צו געפֿעלן. ראשית איז שושן הבירה „די הױפּט שטאָט“, נישט װי דו זאָגסט, „אונדזער שטעטל“. והשנית װאָלט איך װעלן װיסן װוּ שטײט דאָס, אַז מרדכי איז געװען אַ בחור? און װאָס רופֿסטו אים עפּעס מאָטל? װאָס פֿאַר אַ מאָטל? און פֿון װאַנען האָסטו דאָס גענומען, אַז „אומן“ איז דער טײַטש ליב געהאַט? אומן איז דער טײַטש דערצױגן פֿונעם װאָרט „אמן פּדגוג“. און װאָס דו טײַטשסט: וּימליכה תּחת װשתּי — אַז ער װעט מיט איר גײן אונטער דער חופּה — קומט דאָס שױן גלאַט װילד, אָן אַ שום טעם. ערשטנס גײט דער „וּימליכה“ אױף אַחשװרשן, נישט אױף מרדכין. און צװײטנס, איז אין ערגעץ נישט דערמאָנט אין דער מגילה, אַז אַחשװרש איז געגאַנגען מיט אסתּרן צו דער חופּה. אַ קונץ נעמען אַ פּסוק און פֿאַרדרײען אים משוגענערװײַז? יעדער פּירוש דאַרף זײַן מיט אַ גאַנג. פֿאַר אַ יאָרן און פֿאַר צװײ יאָרן האָסטו מיר אַרײַנגעשיקט עפּעס אַנדערש. הײַנטיקס יאָר איז דיר געפֿעלן שיקן דעם רבין אַ פּירוש אױף דער מגילה, און נאָך אַ פֿאַרדרײטן פּירוש דערצו. נו, מהיכא־תּיתי, מסתּמא דאַרף אַזױ צו זײַן. לכן שיק איך דיר דײַן מגילה אָפּ צוריק און לאָז דיר גאָט געבן אַ גוט יאָר, װי עס װינטשט דיר דײַן רבי ...

אָט דאָס הײסט געריבן אַ מאָרדע! אַ מיצװה אױף מײַן ברודער! ער װעט שױן מער אַזעלכע מגילות נישט שרײַבן, מײן איך.

אָפּגעפֿאַרטיקט זיך מיטן רבינס בריװ, דאַרף מען שױן אין אײנװעגס אַ קוק טאָן, װאָס שרײַבט זי, דעם רבינס טאָכטער הײסט עס? איך עפֿן אױף איר בריװ, פֿאַלן נישט אַרױס די צװײ קערבעלעך? װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שלאַק? איך לײען איבער — אין גאַנצן צװײ שורות: „מאָטל, איך דאַנק דיר פֿאַר די צװײ קערבלעך. קענסט זײ נעמען צוריק. אַזאַ שלח־מנות פֿון דיר האָב איך נישט דערװאַרט. קײן מתּנות פֿון דיר פֿאַרלאַנג איך נישט, און קײן נדבֿה אַװדאי נישט“ ...

כאַ־כאַ, װאָס זאָגט איר דערױף? קײן נדבֿה פֿאַרלאַנגט זי נישט! אַ שײנע געשיכטע, װי איך בין אַ ייִדיש קינד! הכּלל, װאָס טוט מען װײַטער? אַן אַנדערער אױף מײַן אָרט װאָלט מסתּמא בײדע בריװ צעריסן און דאָס געלט אַרײַנגעלײגט אין קעשענע. צװײ פֿײַגן װאָלט ער געבראַכט אַהײם, נישט קײן צװײ קערבעלעך. נאָר איך בין נישט אַזעלכער ... איך האָב בעסער אָפּגעטאָן אַ שענערע זאַך. װעט איר הערן. איך האָב מיך מישבֿ געװען אַזױ: שׂכר־טירחה פֿאַרן װעג האָב דאָך פֿון מײַן ברודער מאָטל שױן באַקומען — הײַנט װאָס דאַרף איך אים? און איך גײ און געב אָפּ בײדע בריװ נאָר דעם טאַטן. איך װעל האָרכן װאָס װעט דער טאַטע זאָגן? ער װעט בעסער פֿאַרשטײן די מגילה, װי מײַן רבי, כאָטש דער טאַטע איז אַ טאַטע און דער רבי איז אַ רבי ...

ה.

װאָס איז געװען, אַז דער טאַטע האָט איבערגעלײענט בײדע בריװ מיט דער מגילה און האָט אַ נעם געטאָן מײַן ברודער מאָטל אױפֿן צימבל, ער זאָל געבן צו פֿאַרשטײן, װאָס דאָ טוט זיך? — פֿרעגט שױן גאָר נישט. איך זאָל װעלן נאָכטאָן מײַן ברודער מאָטל, װאָלט איך באַדאַרפֿט זאָגן מיטן לשון און מיטן ניגון פֿון דער מגילה:

„והעיר שושן נ־בֿו־כה“ ...

נאָר נישט דאָס איז דער עיקר. איר װאָלט דאָך אַװדאי װיסן דעם סוף: װאָס איז געװען דער סוף מיטן רבינס טאָכטער אסתּרן און מיט מײַן ברודער מאָטל? װאָס זאָל זײַן? גאָרנישט. אסתּר האָט חתונה געהאַט. אַן אַלמן האָט זי גענומען. אַך, האָט זי געװײנט! איך בין געװען אױף איר חתונה. װאָס, אײגנטלעך, האָט זי אַזױ געװײנט — װײס איך נישט. אַ פּנים, דאָס האַרץ האָט איר געזאָגט, אַז זי װעט זיך מיט איר זיװג לאַנג נישט עלטערן. און כּך־הװה. זי האָט אָפּגעלעבט מיט אים אין גאַנצן אַ האַלב יאָר און איז אַװעקגעשטאָרבן. פֿון װאָס — קאָן איך אײַך נישט זאָגן. איך װײס נישט. קײנער װײסט נישט. דער רבי און די רביצין װײסן אױך נישט. געזאָגט האָט מען, אַז זי האָט זיך געסמט, פּשוט, גענומען און אַלײן אַװעקגעסמט זיך. נאָר ס'אַ ליגן. „דאָס האָבן שׂונאים אױסגעטראַכט.“ אַזױ האָב איך געהערט פֿון דער רביצין אַלײן ...

און מײַן ברודער מאָטל? אָהאָ! ער האָט נאָך פֿריִער חתונה געהאַט, נאָך אײדער אסתּר איז אַ כּלה געװאָרן, און איז אַװעקגעפֿאָרן אַהין, צום שװער. ער איז אָבער גיך געקומען צוריק, און דװקא אַלײן. װאָס איז די מעשׂה? ער װיל זי גטן. זאָגט אים דער טאַטע: „ביסט אַ פּרא־אָדם!“ װיל די מאַמע נישט לײַדן, קריגט מען זיך. ס'איז פֿרײלעך! פֿון דעסטװעגן האָט זיך נישט געהאָלפֿן. ער האָט זיך מיט איר געגט און חתונה געהאַט פֿאַר אַן אַנדערער. ער האָט שױן צװײ קינדערלעך אַפֿילו. אַ ייִנגעלע מיט אַ מײדעלע. הײסט דאָס ייִנגעלע הערצל, נאָכן דאָקטאָר הערצל. און דאָס מײדעלע הײסט אסתּרל. דער טאַטע האָט אַפֿילו געזאָגט, זי זאָל הײסן גיטל, נאָך זײַן מאַמע, דער באָבע גיטל. און די מאַמע האָט געװאָלט, געחלשט, זי זאָל הײסן לאהצי, נאָך איר מאַמע, דער באָבע לאה. איז אַרױס צװישן טאַטע־מאַמע אַ מחלוקת. אַ גאַנצע נאַכט מיט אַ גאַנצן טאָג האָבן זײ זיך געקריגט. איז געבליבן, דאָס קינד זאָל הײסן לאה־גיטל, נאָך בײדע מאַמעס. אַן עק. האָט זיך דער טאַטע אַרומגעקוקט, ער װיל נישט לאה־גיטל. „װאָס איז דער שׂכל?“ „אַזױ, פֿאַר װאָס קומט איר, אַז איר מאַמעס נאָמען זאָל גײן פֿריִער?“ קומט צו גײן מײַן ברודער מאָטל פֿון שול און זאָגט, אַז ער האָט איר גאָר געגעבן אַ נאָמען אסתּר. זאָגט אים דער טאַטע: „פּרא־אָדם! פֿון װאַנען האָט זיך צו דיר גענומען אַ נאָמען אסתּר?“ ענטפֿערט אים מאָטל: „האָסט פֿאַרגעסן, אַז מיר האָבן באַלד פּורים?“ ... נו, װאָס װעט איר אים, אַשטײגער, איצטער זאָגן? אַן עק. מע הערט שױן מער נישט קײן „פּרא־אָדם“ פֿונעם טאַטן. נאָר בײדע, אי דער טאַטע, אי די מאַמע, קוקן עפּעס מאָדנע אײנס אױף דאָס אַנדערע און מע כאַפּט אַ שװײַג.

װאָס האָבן געהײסן דער דאָזיקער קוק מיט דעם דאָזיקן שװײַג — װײס איך נישט. אפֿשר װײסט איר? ...